Försäkringskassan's logo
Sign in
Keep in mind...

You are using an older version of your web browser. This means that you might not be able to use all of the functions of the website. We recommend that you update to a newer version.

איר האט דעם רעכט צו א לעבן פריי פון געוואלדטאטן

יידער איז געוואלדטאטן עפעס וואס פאסירט אין אונזער געזעלשאפט און עס איז טייל פון פיל מענטשן'ס טעגליכע לעבן. אויב איר זענט געווען אויסגעשטעלט צו געוואלדטאטן און געשלעכטליכע אביוז, האט איר דעם רעכט צו באקומען הילף און שטיצע. דאס איז אפגעזען פון אויב דער אטאקירער איז עמיצער וועמען איר קענט אדער נישט. עס איז וויכטיג צו געדענקען אז עס איז שטענדיג דער אטאקירער וועלכער איז פאראנטווארטליך פאר דאס וואס האט פאסירט, עס איז קיינמאל נישט אייער שולד.

פיל זענען דורכגעגאנגען מענער'ס געוואלדטאטן אנטקעגן פרויען, געוואלדטאטן אין נאנטע פארבינדונגען און כבוד-פארבינדענע געוואלדטאטן, געשלעכטליכע אביוז און סעקירונג. רוב מאל, איז דער אטאקירער איינער וואס איז נאנט צום קרבן, אזוי ווי א פאמיליע מיטגליד אדער א יעצטיגער אדער געוועזענער פארטנער.

דורכגיין געוואלדטאטן קען שטארק באגרעניצן א מענטש'ס לעבן און פירן צו ערנסטע גייסטישע און פיזישע שאדנס. יעדער האט דעם רעכט צו לעבן א לעבן פריי פון געוואלדטאטן און אונטערדרוקונג. עס איז פארהאן הילף אוועילעבל און אויב איר זענט א קרבן, איז דער ערשטער שריט צו דערציילן אייערע ערפארונגען פאר א מענטש אדער רעגירונג אגענטור וואס קען העלפן.

פארשידענע סארטן געוואלדטאטן

געוואלדטאטן קענען ארייננעמען פארשידענע סארטן אקטן און איר קענט זיין אויסגעשטעלט צו עטליכע פארמס פון געוואלדטאטן אויף איין מאל. דא ערקלערן מיר פארשידענע סארטן געוואלדטאטן. ווען מיר ביי די סאשעל אינשורענס אגענטור רעדן וועגן געוואלדטאטן, רעדן מיר וועגן דאס פאלגנדע:

 

פיזישע געוואלדטאטן קען זיין שטופן, שטויסן, דערשטיקן, האלטן אדער האקן.
פאסיווע פיזישע געוואלדטאטן קען זיין אז א מענטש שטעלט אויס א צווייטן צו עפעס א סארט אקט פון געוואלדטאטן וואס האט פיזישע קאנסעקווענצן, אזוי ווי נישט לאזן איינעם שלאפן

 

מינדליכע פארלעצונגען, סטראשונקעס, איזאלירונג, צוואנג, אדער קאנטראל וואס פירן צוביסלעך צו גייסטישע אונטערברעכונג פונעם קרבן.
פסיכאלאגישע געוואלדטאטן קען אויך זיין אן אומדירעקטע סטראשע פון זעלבסט-מארד אדער א סטראשע אין ריכטונג פון אן אנדערע נאנטע מענטש

 

געשלעכטליכע געוואלדטאטן איז צווינגען איינעם צו דורכפירן אדער צוזען געשלעכטליכע אקטן אנטקעגן זייער ווילן. עס קען זיין וועגן רעיפ און אויך געשלעכטליכע סעקירונג (צום ביישפיל אומווילנדיגע בארירונג). קויפן געשלעכטליכע סערוויסעס איז שטענדיג אומלעגאל, וויבאלד עס אביוז'ט אנדערע. דאס איז גילטיג אפגעזען פון דעם מאס אדער נאטור פונעם קאמפענסאציע

 

מאטריאלע געוואלדטאטן מיינט אז דער אטאקירער פארלעצט זאכן וואס געהערט צום קרבן, אדער אויב ער פארניכטעט, אדער צווינגט דעם קרבן צו פארניכטן אייגנטום וואס איז ספעציעל וויכטיג. געוואלדטאטן אנטקעגן שטוב-באשעפענישן ווערט אויך געציילט אלס מאטריאלע געוואלדטאטן

 

פינאנציעלע געוואלדטאטן קען זיין אז א מענטש קאנטראלירט ווי אזוי דער פארטנער נוצט איר געלט אדער אז ער ערלויבט איר נישט צו האבן קיין שום אייגענע געלט בכלל. עס קען אויך זיין אז דער מענטש צווינגט דעם פארטנער ארויסצונעמען א הלוואה, קאנטראלירט די פינאנצן און אייגנטום צו פארמערן איר איזאלירונג, עמפינדליכקייט און איר צו מאכן פינאנציעל אנגעוואנדן

 

פארנאכלעסיגונג קען זיין אז דער קרבן באקומט נישט די הילף וואס זי דארף מיט עסנווארג, מעדיצין אדער ריינקייט. מער ספעציפיש, קען עס זיין וועגן נישט באקומען הילף ארויסצוקומען פון בעט אדער געגעבן ווערן די אומריכטיגע דאזע פון זייער מעדיצין.

 

לעיטענט געוואלדטאטן מיינט אז עס איז דא א כסדר'דיגע פחד אדער זארג וועגן געוואלדטאטן. עס קען זיין כעס אדער אגרעסיע וואס שטעלט זיך ארויס אינעם אטאקירער'ס קערפער-פאזיציע און קערפער אויסדרוק, און אז עס שאפט שרעק און ווערט געזען אלס א דראאונג אדער דערמאנט פון פריערדיגע געוואלדטאטן וואס מען איז דורכגעגאנגען

שטיצע און הילף פאר די וועלכע זענען געווען אויסגעשטעלט צו געוואלדטאטן, דראאונג אדער געשלעכטליכע אביוז

איר זענט נישט אליין. עס זענען פארהאן פיל וואס אפערן שטיצע און הילף מיטן פארבעסערן די סיטואציע אדער פראצעסירן עפעס וואס איז געשען.

 

סאשעל סערוויסעס

איר קענט זיך פארבינדן מיט די סאשעל סערוויסעס אינעם מיוניסיפאליטי וואו איר זענט רעגיסטרירט. די הילף וואס סאשעל סערוויסעס שטעלט צו פאר קרבנות קען זיין פארשידנארטיג, אבער רוב מיוניסיפאליטיס שטעלן צו קאונסעלינג, שטיצע רעדעס און פינאנציעלע הילף. די סאשעל סערוויסעס קען אויך ערלעדיגן קאנטאקט מיט די לאקאלע עמערדזשענסי סערוויסעס און העלפן מיט צייטווייליגע שעלטער'ד האוזינג.

העלטקעיר

די 1177 קעיר וועגווייזער וואס רעכנט אריין אינפארמאציע פאר די וועלכע זענען געווען אויסגעשטעלט צו געוואלדטאטן אין נאנטע פארבידונגען.

Våld i nära relationer (1177.se) External link, opens in new window.

די פאליציי

איר זאלט אלעמאל רופן 112 אויב איר דארפט עמערדזשענסי הילף.
פאליציי אינפארמאציע בלאט וועגן פארברעכן אין נאנטע פארבינדונגען.

Brott i nära relation (polisen.se) External link, opens in new window.

כבוד-פארבינדענע אונטערדרוקונג (Hedersfortryck.se)

אינפארמאציע פאר די וועלכע ווערן אויסגעשטעלט צו, און די וועלכע ווילן אויסגעפינען מער וועגן כבוד-פארבינדענע אונטערדרוקונג.
אויב איר זענט איינגעשטעלט אדער א וואלונטיר וואס דארף עצות און באראטונג אויף פראבלעמען פארבינדן מיט כבוד-פארבינדענע אונטערדרוקונג, רופט דעם שטיצע טעלעפאן נומער .0102235760.

Hedersfortryck.se External link, opens in new window.

די פרויען'ס באשיצונג האטליין

די פרויען'ס באשיצונג האטליין שטעלט צו 24-שעה טעלעפאן שטיצע. זיי קענען אייך אויך העלפן מיט קאנטאקט אינפארמאציע צו סאשעל סערוויסעס, אין-אמט סאשעל ווארקער אדער פרויען'ס סערוויסעס. דער טעלעפאן קאל איז פריי פון אפצאל און וועט נישט ערשיינען אויף אייער טעלעפאן ביל. געדענקט, אז אויב איר ווילט נישט אז דער טעלעפאן נומער זאל ערשיינען אויף די ליסטע פון לעצטנס-געדרוקטע נומערן, דארפט איר עס אליין פארמעקן. טעלעפאן נומער: 020 50 50 50.

Kvinnofridslinjen (kvinnofridslinjen.se) External link, opens in new window.

דער פארברעכן קרבן'ס וועגווייזער

א וועגווייזער פאר די וועלכע זענען געווען די קרבנות פון פארברעכן.

(Brottsofferguiden (brottsofferguiden.se External link, opens in new window.

פארברעכן קרבן'ס האטליין

שטעלט צו שטיצע אויב איר זענט געווען דעם קרבן פון א פארברעכן.

Brottsofferjourernas riksförbund (brottsofferjouren.se) External link, opens in new window.

אייערע רעכטן (Dinarattigheter.se)

שטעלט צו אינפארמאציע פאר די וועלכע זענען קרבנות פון כבוד-פארבינדענע אונטערדרוקונג.

Dinarattigheter.se (karlekenarfri.se) External link, opens in new window.

פריינט אן-קאל

א נאן-פראפיט ארגאניזאציע וואס שטעלט אייך צו קאל שטיצע דורך טשעט און טעלעפאן.

Jourhavande medmänniska (jourhavande-medmanniska.se) External link, opens in new window.

פרויען און מיידלעך'ס האטליין

Roks און Unizon האבן עמערדזשענסי סערוויסעס ארום דאס לאנד וואס שטעלט צו שטיצע פאר מיידלעך און פרויען.

Roks (roks.se) External link, opens in new window.

Unizon (unizon.se) External link, opens in new window.

Q-האטליין

פאר אביוז'ד פרויען מיט ערפארונגען פון אביוז און פראסטיטושאן. ביים Qjouren האטליין, זענען נישטא קיין דראג-פארבינדענע פאדערונגען פאר פרויען וואס זוכן שטיצע, באשיצונג און אינפארמאציע וועגן זייערע רעכטן.

Q-jouren (qjouren.se) External link, opens in new window.

RFSL שטיצע צענטער

פאר LGBTQI מענטשן וואס זענען געווען אויסגעשטעלט צו סעקירונג, דראאונגען אדער געוואלדטאטן.

RFSL Stödmottagning (rfsl.se) External link, opens in new window.

נאציאנאלע אסאסיאציע פון שטיצע צענטערן אנטקעגן אינסעסט און אנדערע געשלעכטליכע אביוז אין קינדעריארן

פאר פרויען וואס זענען געווארן געשלעכטליך אביוז'ד בשעת קינדעריארן.

Riksföreningen stödcentrum mot incest och andra sexuella övergrepp i barndomen (rise-sverige.se) External link, opens in new window.

נאציאנאלע קריזיס צענטער – שוועדן'ס קריזיס צענטער פאר מענער

א שירעם ארגאניזאציע פאר ביזנעסער וואס ארבעטן צו שטיצן מענער אין קריזיס. דא קענט איר טרעפן קאנטאקט אינפארמאציע וועגן שעלטערס פאר מענער ארום דאס לאנד.

Rikskriscentrum – Sveriges kriscentrum för män (rikskriscentrum.se) External link, opens in new window.

Terrafem

עמערדזשענסי טעלעפאן פאר פרויען פון אויסלענדישע אפשטאם. דער רוף קען מען נישט זען אויף אייער טעלעפאן ביל. געדענקט, אויב איר ווילט נישט אז דער טעלעפאן נומער זאל ערשיינען אין די ליסטע פון לעצטנס-געדרוקטע נומערן, דארפט איר עס אליין אויסמעקן. טעלעפאן נומער: 020 52 10 10.

Terrafem (terrafem.org) External link, opens in new window.

TRIS

TRIS איז א האטליין פאר די וועלכע זענען אויסגעשטעלט צו כבוד-פארבינדענע געוואלדטאטן און אונטערדרוקונג.

TRIS (tris.se) External link, opens in new window.

Last updated: